Watch: A new music video by singer and composer Motty Ilowitz humorously lists “taavos” that are unique to Yidden, showing how even the mundane is connected to various mitzvos.
A new music video by singer and composer Motty Ilowitz humorously lists “taavos” that are unique to Yidden, showing how even the mundane is connected to various mitzvos.
In a interview with Mishpacha Magazine, Ilowitz explained: “The song ‘Yiddishe Taavos’ is about the difference between non-Jewish desires and a Yid’s particular taavos — think calling out yaaleh v’yavo in shul, throwing candy at a chassan after everyone has stopped singing, using a broom to stoke the sereifas chometz fire, or checking out a stranger’s name on his tallis bag — I looked around and observed all sorts of benign things people can’t hold themselves back from. I didn’t want to sing about things that are pure bad middos, or not appropriate for our community. Some of our taavos are pretty innocent, and we can poke fun at them in a gentle way.”
VIDEO:
LYRICS:
ס’איז סוף פון די סעודה שבועות ביינאכט
איבער טעלער פלייש זיצט דער איד פארטראכט
איך גיי דאך היינט נאכט אויפזיין זאגן תיקון
אין אפאר שעה ארום דאווען איך שוין ותיקין
ש’טייצעך אז פארן דאווענען א קאווע װיל איך
אבער אויב עס איך יעצט די פלייש וועל איך נישט קענען האבן קיין מילעך
דער איד טוט קווענקלען אין זארגן
ער ברויכט מחליט זיין: אדער פלייש יעצט אדער א קאווע מארגןלכאורה איז דער איד סתם א בעל תאוה
מאכט חשבונות פון אכילה פלייש אדער קאוועהאט אבער א גוטער איד מסביר געווען אזוי
באטראכט די חילוק אין תאוות פון א איד און א גוי
א גוי’ס תאוות איז נידריג מיאוס אין טרייף
דעם איד’ס תאוה איז אבער געבויט אויף לא תבשל גדי בחלב
דער איד’ס תאוה קען טאקע האבן גשמיות’דיגע טעמים
אבער ס’שרייט ארויס פון זיך דעם אתה בחרתנו מכל העמיםאזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס’איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמואזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס’איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמודי צאמשטעל פון א קאווע מיט א קאצקע צוקער נאכן מקווה מיט די נאסע פאות
די תאוה מוצאי שבת פון צאמלייגן דעם טלית און טון עפעס פאר שלום בית
די זיסקייט פון א דרימל אינמיטן לכה
דודי ס’איז בעסער ווי אין בעט אינמיטן נאכט
און פון צו גיין צום עמוד און זיך
גארגלען ביים ברעטל בשעת דער עולם קראכטעולה זיין שישי זיצן אויף מזרח שווענדן מפטיר יונה אן אוצר
אויסלאזן תחנון אדער איבערהיפן דעם לאנגן שטיקלע יוצר
שריין די ערשטע יעלה ויבוא ס’איז א שמחה ממש אז מ’קען וויינען
גיי זיי מסביר פאר א גוי דעם טעם פון מאכן קידוש אינמיטן ליינעןזיך קענען אראפזעצן נאך א לאנגע ממקומך אראפציען דעם טלית פונעם קאפ
די חיות פון שרייען אויפן בעל קורא ווען ער מאכט א טעות מיטן טראפ
שרייען חזק שטויסן עמלק מיט א צארן א שארפן
און ווארפן אויפן חתן א ציקערל
נאכדעם וואס יעדער האט געענדיגט שוין ווארפןמיטברומען וטהר לבנו אדער שרייען שבחחח אזוי קרעכציג
אויסצופאסטן נאך א לאנגע תענית כאפענדיג א מעריב ביי די זעכציג
א שמעק טאביק א קוגל ליל ששי א אידישע הבנה
די דילעמע פון קלייבן וועמען צו פרעגן שלום עליכם ביי קידוש לבנהאזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס’איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמואזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס’איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמודי תאוה פון נאך דארפן ערלעדיגן אויף
שבת נישט קיין חילוק ווי שפעט ס’איז די זמן
די תאוה פון נעמען צווי האנטוכער אין
מקוה אן עקסטערע דערקוויקונג איז פארהאן
זארגן אין שוויצן שוין פרייטאג ביי קידוש
צו גרעפ דזשויס אויף הבדלה וועט נאך זיין
די תאוה פון האלטן שוין די כוס אין די
האנט אין א זאפטיג שמועס לאזט זיך ארייןדי תאוה פונעם טאטע’ן צו פרעגן ביי יחץ נו קינדער וועלכע חלק איז גרעסער
צו דרייען מיט א בעזעם ביי שריפת חמץ אז די פייער זאל ברענען בעסער
מאכן זיכער יעדער ווייסט אז איך פאר
אוועק אויף יו’ט אין קאנטרי אדער לעבר הים
די פילינג פון פארזוכן דעם האלאפטשע פון באבע’ן כאטשיג עס איז חק בלי טעםדי געשמאק פון קענען בראקן אחרון של פסח נאך זיבן טעג האבנדיג געווארט
חוהמ”ד באזוכן דעם טיר גארטן ווייל א גאנץ יאר איז דאך עס פארשפארט
דאס וועלן קלאפן נאך איינמאל די הושענא און זעהן ווי די בלעטלעך צעפליעט
טרעפן א בלאט פלעק אויפן חבר’ס אתרוג די שמחה פארשטייט נאר א יודבענטשן גומל ביים גרעסטן מנין זאל יעדער פרעגן ווי ביסטו געווען
און ווען אין שפיטאל פירט מען איינעם
אריין ארומגיין פרעגן וואס איז געשען
קוקען צו די פעניט איז טאקע טריקן מיט די פינגער געבען א טייטל
די כיטערישקייט פון דערווישן יענעמס
נאמען מיטן קוקן אויף זיין טלית בייטלאויפצווועקן יעדן איד אויפן פליגער
און פרעגן אויב זיי ווילן אפשר דאווענען
שטופט אפ דעם סיום פון חודש חשוון דוקא אין די 9 טעג דאס צו פראווענען
געבן מזל טוב פארן חתן פונקט ווען צום חופה ער גייט שוין
וועלן א מצוה טאנץ וואס זאל זיך ענדיגן ווען יעדער איינער אויפשטייט שויןאזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס’איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמואזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי
ס’איז דאך תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמודי תאוה פונעם חולה וואס וויל פאסטן
כאטשיג וואס דער דאקטאר שרייט געוואלד
די תאוה פונעם רוסישן איד וואס לאזט זיך מל’ן ביי די 40 יאר אלט
די תאוה פון עלטערן צו טון פאר זייער קינד אסאך מער ווי פאר זיך אליין
די תאוה פון א קינד וואס וויל ברענגן
נחת און גייט אויס מ’זאל אים פארשטיין
די תאוה וואס ברענט אין א פארלוירענע נשמה באמת וויל ער זיין גוט
נישטא נאך אזא תאוה ווי א אידיש קינד’ס
תאוה וואס אוועקשטיין פון א תאוה ער טוטאיך דאנק דעם קל חי שלא עשני גוי
כאטשיג תאוות ומחשבות לבנו ס’איז לעבודתו יתברך שמו
Discussion
We appreciate your feedback. If you have any additional information to contribute to this article, it will be added below.