The Rebbe Said: “In Lubavitch, There is No Terror Brigade”

On January 31st, 1975, the Algemeiner Journal reported that the Rebbe had decried a series of articles about “A terror brigade in Lubavitch.” Recently rediscovered in the archives of Rabbi Meir Harlig, and presented without comment.  

On January 31st, 1975, the Algemeiner Journal reported that the Rebbe had decried a series of articles about “A terror brigade in Lubavitch.”

The article was recently rediscovered in the archives of Rabbi Meir Harlig, and is presented here without comment.  

***

The Lubavitcher Rebbe strongly condemns the articles published in “Forverts” on Monday, and stated, “In the Lubavitcher court, there are no terror brigades.”

“In the Lubavitcher court, there are no terrorist brigades. In the Lubavitcher court, there is no hooliganism. In the Lubavitcher court, there are no terrorists. I know what happens in the hoif in the community, and I reject these slanders.”

The Rebbe made this statement during his farbrengen on Shabbos and Monday at the Lubavitch center, at 770 Eastern Parkway, in Brooklyn.

The Rebbe said that those who say or write that in the Lubavitcher community there are terror brigades going in the footsteps of the informer Avigdor, who made a libel about the “Baal Hatanya” and handed him over to the Tsarist gendarmerie. He is doing the same as the anti-Semitic protocols of the elders of Zion, which the tsarist regimes used to incite the mob to carry out pogroms on Jews.

“But I’m not afraid,” exclaimed the Lubavitcher Rebbe. “We have experience with the Yevsektsiya and we were not afraid.”

For the full article in the original Yiddish, see below.

***

ליובאַוויטשער רבי שטורעמט קעגען „פֿאָרווערטס” פֿאַרלױמדונגען, זאָגט:

„אין ליובאַװיטשער הויף זענען ניטאָ קיין טעראר בריגאַדעס”

פירער פון חב”ד באַוועגונג שליידערט צוריק פאַרלוימדונגס אַרטיקלען פון „פֿאָרווערטס” רב. – זאָגט, אַז ער האָט זיך ניט געשראָקען פֿאַר יעווסעקציע און ער וועט זיך ניט שרעקען פֿאַר אַטאַקעס אין אַמעריקע. – באַטאָנט, אַז פֿאַרווערטס שרייבער גייט אין פוסטריט פון צאַרישע פּראָטאָקאָלען פון זקני ציון מיט זיינע העצעס קעגען ליובאוויטש. – דער רבי זאָגט אויך, אַז פֿאַרווערטס״ רב מאַכט חרוב די אגודת הרבנים. – דערשטערונג אין רבנישע קרייזען.

„אין ליובאַװיטשער הױף זײנען נישטא קיין טעראר בריגאידעס; אין ליובאוויטשער הױף אין ניט קײן כיליגאניזם; אין ליובאוויטשער הויף זיינען ניטאַ קיין טעראריסטען. איך ווייס וואָס עס קומט פאָר אין הױף און איך ווארף אפ די דאָזיגע בייוויליגע פארלוימדונגען”

די דערקלערונג האָט געמאַכט דעם פאַרגאַנגענעם שבת און מאָנטאָג דער ליובאוויטשער רבי, בעת אן עפענטליכען חסידישען פארברענגען אין דעם צענטער פון ליובאוויטש, אויף 770 איסטערן פארקוועי, אין ברוקלין.

דער רבי האָט געזאגט, אַז די וואָס זאגען אדער שרייבען אז אין ליובאוויטשער הויף זיינען דאָ טעראר בריגאידעס גייען אין די פוסטריט פון דעם מסור אביגדור, וואס האט געמאַכט אַ בילבול אויף דעם „בעל התניא” און אים פאר’מסר’ט צו דער צאַרישער זשאַנדאַרמעי און טוט דאָס זעלבע ווי די אַנטיסעמיטישע פּראָטאָקאָלן פון די זקני ציון. מיט וועלכע די צאַרישע רעזשימען פלעגען אויפהעצען דעם המון דורכצופירען פּאָגראָמען אויף אידען.

“איך שרעק זיך אָבער ניט אפ”, האָט דער ליובאוויטשער רבי אויסגערופען. „מיר האָבען געהאט ערפאַרונגען מיט דער יעווסעקציע און מיר האָבען זיך נישט געשראָקען.”

דער רבי האָט מיט דעם רעאַרגירט אויף אַ סעריע אַרטיקלען, וואָס זײנען דערשינען אין „פאָרווערטס” דעם פאַרגאַנגענעם פרייטאג און דינסטאָן, אונטערגעשריבן פון הרב אהרן בן ציון שורין, איז די ארטיקלען האט הרב שורין באַשולדיגט די ליובאוויטשער באַוועגונג אן אנפירען מיט טעראָר און כיליגאניזם אויף דער אידישער גאס, און האט אנגעוויזען, אז אין ליובאוויטשער הויף איז פאראן אַ טעראר־בריגאַדע וואָס טערארריזירט די וואָס פאָלגען ניט דעם ליובאַװיטשער רבי’ן.

אנודת הרבנים דערשטערט

נאך איידער דער ליובאוויטשער רבי האָט פֿאַרדאמט הרב שורינ’ס פארלוימדוגנען קעגען דער ברייט – פאַרצווייגטעד און דורך אלעמען רעספעקטירטער ליובאוויטשער באַוועגונג, זיינען רבנישע אָרגאַניזאַציעס אויפגעשוידערט געווארן פון הרב שורינ’ס אָנפאָלען. ספּעציעל איז דערשיטערט געווארען די אגודת הרבנים, וואו הרב שורין איז אַ מיטגליד.

הרב דוד דוב האָלענדער האָט אַרויסגעגעבען אַ דערקלערונג אין וועלכער הרב שורין ווערט שארף געטאָדעלט און דער „פֿאָרװערטס” ווערט גערופן צו אַנטשולדיגען זיך פאר דער ליובאוויטשער באַוועגונג, ווי אויך פאַר’ן גאַנצען רעליגיעזען אידנטום פאר זאָגען אז ליובאוויטש האָט אַ טעראר בריגאָדע א.ז.וו. אין דער דערקלערונג זאָגט הרב

האלענדער „מיר דערוואַרטען אַז די רבנישע וועלט וועט נישט פאָרשווייגען די עולה- וואָס הרב שורין איז באַגאַנגען קעגן ליובאוויטש. הרב האלענדער ווייזט אָן אַז „אַפּילו די וואס זיינען ניט מסכים מיט’ן דרך פון ליובאוויטש און די דערגרייכונגען, האבען די רעכט אויסצודריקען זייער מיינונג אבער מיט דרך ארץ אין יראת הכבוד, און נישט באנוצען זיך מיט אזוינע נידעריגע טערמינען ווי כוליגאניזם און טעראריזם קענען א חסידישער באוועגונג, וואָס האָט אַרויסגעוויזען אַזוי פיל מסירת נפש פאר דער גײַסיגער און פיזישער הצלה פון אידען איבעראל”.

Discussion

We appreciate your feedback. If you have any additional information to contribute to this article, it will be added below.

  1. If the Rebbe says that in Lubavitch there are no terror brigades and we witness someone practicing terror, it can mean one of two things:

    1) It was just a dimyon – imagination.

    2) They are not a part of Lubavitch.

    Take your pick.

    1. From reading the Sicha in full, it is apparent that the person who does such an act is a Lubavitcher, and since ער האט געהאלטן דער קליאמקע פון רבי׳ן, he will do Teshuva. However, to say that the act he did was done AS a Lubavitcher, is שקר גמור. His Yetzer hara convinced him to do it. And at the moment ער פירט מלחמה נגד וכו״

Leave a Comment

Your email address will not be published. Required fields are marked *


The reCAPTCHA verification period has expired. Please reload the page.

advertise package